Chezkas Tahara International logoחזקת טהרהChezkas TaharaהעולמיInternational
1-718-701-7555

הגאון ר' יצחק זאב טריגער שליט"א

Rabbi Yitzchok Zev Trigger shlit"a

דער מומחה אינעם וועלט פון מקוואות, און דער מייסד פון חזקת טהרה

Mikvah expert, and founder of Chezkas Tahara

צענדליגער יארן פון אויפשטעלן מקוואות

Decades of building mikvaos

עס איז שוין צענדליגער יארן וואס דער באקאנטער מומחה אינעם וועלט פון מקוואות הגאון המפורסם ר' יצחק זאב טריגער שליט"א טוט אויפשטעלן טויזנטער מקוואות איבער דער גאנצער וועלט, און דערביי האט ער באקומען א נאנטער בליק אויף די מקוואות אין אלע עקן וועלט.

אלס דער באקאנטער מומחה וואס האט שוין געארבעט אויף אזויפיל מקוואות, באקומט הרה"ג ר' יצחק זאב שליט"א כסדר'דיגע אנפראגעס פון מענטשן וועלכע פארן צו פארשידענע שטעט איבער די וועלט פאר וואקאציע, מסחר, עניני רפואה, אא"וו, און זיי ווילן וויסן איבער דעם כשרות פונעם מקוואות.

אפילו ווען די רעדע איז פון מקוואות וואס ער האט אליין אויפגעשטעלט איז אבער געווען זייער שווער פארן רב שליט"א צו פעסטשטעלן דעם יעצטיגער מציאות פון די כשרות פונעם מקוה, און צו עס איז נישט נולד געווארן סיי וועלכע פראבלעמען וועלכע קענען פסל'ן דעם מקוה. דורכאויס די יארן איז שוין געקומען צו זיין אויפמערקזאמקייט פארשידענע מקוואות וואו עס האט זיך אנטוויקלט א צאל ערנסטע מכשולות און שאלות.

For decades, the well-known mikvah expert Rabbi Yitzchok Zev Trigger shlit"a has been building thousands of mikvaos around the world, and along the way he has gained a close look at mikvaos in every corner of the globe.

Because he has worked on so many mikvaos, the Rav shlit"a constantly receives questions from people traveling to cities around the world for vacation, business, medical care and more, who want to know about the kashrus of the local mikvah.

Even for mikvaos he built himself, it was very hard to know their current state, and whether any problem had arisen that could make the mikvah unfit. Over the years, serious problems and shailos have come to light in a number of mikvaos.

צו פארזיכערן אז וואו אימער אידישע קינדער פארן, זאלן זיי קענען האבן צוטריט צו א כשר'ע מקוה.So that wherever Jewish people travel, they can have access to a kosher mikvah.

פארוואס דער רב שליט"א האט געגרינדעט חזקת טהרה

Why the Rav shlit"a founded Chezkas Tahara

נאכן אדורכטון די מציאות האט זיך ארויסגעשטעלט מיט א קלארקייט אז פארשידענע מקוואות וואס אסאך היימישע חסיד'ישע אידן באנוצן זיך דערמיט ווען זיי געפונען זיך אין די מרחקים זענען ווייט פון א לכתחלה און צומאל אפילו נישט קיין בדיעבד רח"ל, און עס איז קריטיש וויכטיג צו טון עפעס דערוועגן.

דערפאר האט דער רב שליט"א געשטעלט פאר זיין פריאריטעט אוועקצושטעלן א כשרות שטעמפל וועלכע זאל פעסטשטעלן דעם צושטאנד פון מקוואות, צו פארזיכערן אז וואו אימער אידישע קינדער פארן זאלן זיי קענען האבן צוטריט צו א כשר'ע מקוה.

Looking into it made one thing clear: several mikvaos that many heimishe chassidishe Yidden use when they are away from home are far from lechatchila, and sometimes not even bedieved. Something had to be done.

So the Rav shlit"a made it his priority to set up a kashrus seal that establishes the condition of mikvaos, so that wherever Jewish people travel, they can have access to a kosher mikvah.

תחת הדרכתו

Under his guidance

נאכן באקומען כסדר'דיגע פארלאנגען פון די גדולי הרבנים שליט"א, און זעענדיג דעם גרויסן געברויך – וואס פאר יעדע מענטש וואס רופט אריין פרעגן זענען פארהאן נאך פילע מענטשן וועלכע פארן אויף וואקאציע און ווייסן נישט אז מען דארף פרעגן – איז דער רב שליט"א אצינד אריינגעשפרינגען אינעם פראיעקט צו גרינדן דעם שפאגל נייעם "חזקת טהרה".

"חזקת טהרה" וועט דינען אלס זעלבסטשענדיגע פיקוח ארגענעזאציע תחת הדרכתו פון הגאון ר' יצחק זאב שליט"א, אונטער וועלכע א געקליבענע צאל תלמידי חכמים – תלמידים פונעם רב שליט"א וואס זענען שוין יארן עוסק אינעם פעלד פון מקוואות – פארן ארום אלס דיינים צו אלע געגנטער וואו היימישע אידן פארן דורכן יאר, און פארזיכערן אז די ארטיגע מקוואות זענען אין א גוטער צושטאנד, און אז עס איז כשר און גרייט צום באנוץ.

אין פאל וואס מען אנדעקט א פסול, טוט מען ארבעטן אינאיינעם מיט די ארטיגע רבנים און נעמען א טייל אין די קאסטן פון פאררעכטן און צוריקשטעלן דעם טהרת המקוה.

After repeated requests from leading Rabbonim shlit"a, and seeing the great need – for every person who calls to ask, many more travel without knowing they should ask, assuming the mikvah is kosher – the Rav shlit"a has now founded the brand-new "Chezkas Tahara".

Chezkas Tahara is an independent supervision organization under the guidance of Rabbi Yitzchok Zev shlit"a. A select group of talmidei chachamim, students of the Rav who have worked in the field of mikvaos for years, travel as dayanim to all the places heimishe Yidden visit during the year, and make sure the local mikvaos are in good condition, kosher and ready for use.

When a problem is found, they work together with the local Rabbonim and share in the cost of repairing the mikvah and restoring its tahara.

A meeting of the Rabbonim
א זיצונג פון די רבנים הגאונים שליט"אA meeting of the Rabbonim shlit"a

פון דער בראשור פון חזקת טהרהFrom the Chezkas Tahara brochure

נייעסUpdates

אבאנירט פאר נייעס

Subscribe for updates

באקומט נייעס וועגן מקוואות, נייע אינפארמאציע און די ארבעט פון חזקת טהרה.

Get news about mikvaos, new information and the work of Chezkas Tahara.